Jüdische.Info
Daily Study: Hayom Yom
Jüdische.Info
שבת | יא טבת | (תש"ג) |
שיעורים: | חומש: ויגש, שביעי עם פירש"י. |
|
תהלים: ס-סה. | ||
תניא: פרק ח. ועוד זאת... שעסקו בהן. |
דעם מענשענס לעבען איז תלוי אין דעם אויר וואו ער געפינט זיך. אהן אויר קען מען ניט לעבען, און אין וואס פאר א אויר מען לעבט אזא לעבען איז דאס. ווען מען לעבט אין א תורה ומצות אויר, איז דער לעבען א געזונטער. ווען מען לעבט אין כפירה-אויר, איז דאס א קראנקער לעבען, און מען איז כסדר אין געפאהר קראנק צו ווערען מיט אנשטעקענדע מחלות. די ערשטע אלגעמיינע רפואה איז צו מאכען ריין די לופט. די ארבעט פון טהרת האויר ליגט אויף די יודעי ספר און יודעי תורה. טהרת האויר איז דורך אותיות התורה. ווען מ'שטעהט אין סטאר, אדער ווען מען געהט אין גאס, אדער ווען מ'פאהרט אין סאבוויי און מען זאגט אותיות שבתורה, מאכט מען מיט דעם ריין דעם אויר. יעדער איינער פון די יודעי ספר און יודעי תורה מוז האבען עפעס אויסגעלערנט בעל פה: חומש, תהלים, משניות, תניא, אזוי, אז צו יעדער צייט און אין יעדען ארט, זאל ער קענען טראכטען און זאגען די הייליגע אותיות שבתורה.